your image alt איזי פּאָזען

איזי פּאָזען איז א מחנך און שרייבער באזירט אין לאנדאן, ענגלאנד. נאכ’ן לערנען פיל יארן אין די בעסטע ענגלישע ישיבות איז ער געגאנגען שטודירן פיזיק און פילאזאפיע אין אוניווערסיטעט. היינט ארבעט ער אלס א לערער פון מאטעמאטיק און פיזיק, ווי אויך פארשט ער די אידישע שפראך און אידישע היסטאריע. איזי ארבעט אויף עטליכע פראיעקטן מיט’ן ציל צו מאכן די וועלט פון וויסנשאפט צוגענגליך פאר אידיש רעדנדע. איר קענט אים נאכפאלגן אויף יוטיוב (Izzy Posen) און אויף טוויטער (posenizzy@).