וואס איז מייסטערווערק?

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

עס איז אונז א כבוד און א שמחה פארצושטעלן פאר כלל ישראל אונזער נייע איניציאטיוו “מייסטערווערק” — א קוואל פון קוואליטעט ליטעראטור, פונעם היימישן ציבור פאר’ן היימישן ציבור.

קנקן חדש מלא ישן

די וועלט פון אידישער שרייבעריי איז אַדורך אַסאַך גלגולים אין די לעצטע עטליכע צענדליג יאָר, אין מערסטן טייל פאָזיטיוו. דער אינטערנעט האָט פאַרוואַנדלט די מלאכת הכתיבה פון אַ פעלד וועלכע האָט באַלאַנגט צו עטליכע יחידים מומחים צו אַ נחלת הכלל; סיי ווער עס האָט צוטריט צו אַ קלאַוויאַטור און אַן אינטערנעט פאַרבינדונג איז אַ שרייבער. אין דער אַלגעמיינער וועלט האָבן סערוויסעס ווי בלאַגער, פעיסבוק, און טוויטער געגעבן די געלעגנהייט פאַר’ן געווענליכן אדם מן השורה זיך צו לאזן הערן צו הונדערטער, טויזנטער, און אפילו מיליאָנען צוהערער, אָדער ״נאכפאלגער״ ווי עס רופט זיך אין אינטערנעט נאָמענקלאַטורע. אין דער היימישער וועלט האבן פלאַטפאָרמעס ווי היידפאַרק, אייוועלט, און קאַווע שטיבל ערמעגליכט פלוניים און אלמוניים צו שמועסן איינער מיט’ן צווייטן דירעקט, און זיך צו לאזן הערן פאַר דער ברייטער גאַס אָן קיין דאָלמעטשערס.

פון איין זייט האָט די דעמאָקראַטיזאַציע פון שרייבעריי געפירט צו אַ פאַרברייטערטן אָווערטאָן פענסטער (דער ספעקטרום פון געדאַנקען און מיינונגען וועלכע זענען אַ חלק פון געזעלשאַפטליכן שמועס) און אַ רייכערן קוואַל פון ליין-מאַטעריאַל ווי קיינמאָל בעפאָר, אָבער פון דער צווייטער זייט איז די קוואַליטעט פון שרייבעריי שטאַרק געפאַלן, און אינטערנעט ליינער האָבן זיך געמוזט ערווערבן דעם פאַך פון מברר זיין אוכל מתוך פסולת צו קענען נהנה זיין פונעם ליין-מאַטעריאַל איבערפלוס.

ברוך השם אז היינט איז פאַרהאַן אויך אין אידיש אַסאַך קוואַליטעט ליין-מאַטעריאַל, אָבער עס איז נאָך אַלץ דאָ אַ וואַקום וואָס מייסטערווערק וויל אָנפילן. עס איז דאָ אַ קענטיגער חילוק צווישן די טעמעס וואָס מענטשן שמועסן צווישן זיך פנים אל פנים, און וואָס ווערט געדרוקט צווישן די בלעטער פון די אויסגאַבעס, וועלכע זענען אָן קיין ספק פון הויך קוואַליטעט, אָבער דעקן נישט דעם ברייטן ספעקטרום פון טעמעס און אַדרעסירן נישט דעם אַפטעטיט פון דעם ליינער פאַר אַרטיקלען געשריבן פון אַ ברייטערן פערספעקטיוו.

מייסטערווערק איז אונזער פרואוו צו לייזן די צוויי פראָבלעמען בבת אחת.

וואָס איז מייסטערווערק?

דער ציל פון מייסטערווערק איז פשוט: מיר ווילן זיין דער שופר וועלכער קלויבט אויס און סערווירט קוואַליטעט ליטעראַטור פון אַ ברייטערן פערספעקטיוו אין אַ היימישער חסיד’ישער אידיש. פאַרשידענע איניציאַטיוון וועלכע זענען געקומען בעפאָר מייסטערווערק האָבן דאָס פרובירט און אפילו מצליח געווען למעלה מן המשוער, וואס צייגט קלאָר אַז עס איז דאָ אַ דאָרשט פאַר הויך ניוואָ ליטעראַטור, און מייסטערווערק זוכט צו גיין אין זייערע פוסטריט.

אונזערע פרינציפן זענען ווי פאָלגנד:

  1. אויב איז אַ טעמע עפעס וואָס פאַראינטערעסירט אַ היימישן אידיש ליינער און עס איז געשריבן אויף אַ רעלאַטיוו הויכן ניוואָ, איז מייסטערווערק דער פלאַץ דערפאַר.
  2. מוצב ארצה: מיר לעבן מיט צוויי פיס אויף דער ערד, אונזערע ליינער געפינען זיך אויפ’ן אינטערנעט און ווייסן איבער דער אַלגעמיינער וועלט, דעריבער ווייכן מיר נישט אָפ פון טעמעס וועלכע ווערן געווענליך נישט געדרוקט אין אַלגעמיינע חסיד’ישע-אידיש אויסגאַבעס.
  3. וראשו מגיע השמימה: צו דער זעלבער צייט זענען מיר פרומע אידן, מאמינים בשם ובתורתו, און מיר וועלן דעריבער נישט דרוקן מאַטעריאַל וועלכער איז דירעקט מנוגד צו אַן אָרטאָדאָקסישן לעבנסשטייגער.
  4. מיר זענען ערוואַקסענע מענטשן, און מיר באַהאַנדלען אונזערע ליינער ווי אַזעלכע. איר קענט מחליט זיין צו אַן אַרטיקל פאָלגט נאך אייערע פרינציפן אָדער נישט און באַשליסן פאר זיך אויב איר ווילט דאס יאָ אָדער נישט ליינען.
  5. מיר האָבן נישט קיין אַגענדעס, באַהאַלטענע אָדער אָפענע, און מיר זענען נישט קיין קאָמיטע פון מיינונגען. בסך הכל ווילן מיר פראָמאָטירן קוואַליטעט אידישע ליטעראַטור און סערווירן אונזערע ליינער. אַן אַרטיקל איז נישט קיין אינדאָרסירונג פון מייסטערווערק, און מיר זענען באַקוועם צו דרוקן קעגנגעזעצטע מיינונגען כל עוד זיי קומען נאָך די אויבנדערמאַנטע פרינציפן.

צום לעצט: מיר ווילן הערן פון אייך! שיקט אַן אימעיל צום רעדאַקטאָר מיט אַן אַרטיקל, אַ הערה, אָדער סיי וואָס! ליינט און האָט הנאה.