ImageAlt.

אלס א מורשה פונעם וויזניץ-מאָנסיער רבי'ן זצ"ל, ספּראוועט זיך דער סאטמאר-אנטווערפּענער דיין מיט שאלות פון וויסנשאפט, אין זיין ספר "ובחרת בחיים"

אין יאר תשס”ט האט די חרדישע וועלט אויפגענומען מיט איבערראשונג דעם נייעם ספר “ובחרת בחיים” פון הגאון הרב חיים יוסף דוד ווייס, דער סאטמארער דיין אין אנטווערפּן (באקאנט אלס הרב חיד”ו), וואס צייכנט זיך אויס אין אדרעסירן פיל האקעלע נושאים וואס זענען נוגע חסידישע און חרדישע אידן, אבער ווערן כמעט איגנארירט דורך אנדערע רבנים און מחנכים. צום ביישפּיל, שמירת הגוף והנפש, זרע לבטלה, רייכערן, גנב’נען פון גוים און פון דער רעגירונג, מאלעסטעישאן, מאריכואנע און דראגס, וכדומה.

Image of a donosaur
ובחרת בחיים

דער ספר, באצירט מיט א הסכמה פון הג”ר שמואל הלוי וואזנער זצ”ל, איז געווען מעט הכמות ורב האיכות, און איז געווען דער געשפּרעך פון טאג. “ובחרת בחיים” איז אפילו ברייט באשריבן געווארן אויף דעם מערסט-פּאפּולערן ישראלישן “וויי-נעט” וועבזייטל ווי א רעוואלוציע ביים יהדות החרדית.

Image of a donosaur
דער שער בלאט פון ובחרת בחיים

לעצטענס איז ערשינען די דריטע מהדורא פון “ובחרת בחיים”, און דאסמאל האט דער דיין צוגעלייגט א קונטרס מיט’ן נאמען “קול דוד - מאמרי אמונה”, וואס כדרכו, בארירט עס וויכטיגע נושאים וואס ווערן איגנארירט דורך אנדערע, מיט א דגש אויף אמונה. אין דעם קונטרס געפינען מיר אַן אייגנארטיגן מאמר פונעם סאטמארער דיין איבער די סתירות פון וויסנשאפט און אמונה, און וויאזוי א איד דארף זיך ספּראווען מיט זיי.

Image of a donosaur
הגאון חיד״ו שליט״א

דער דיין בארירט פארשידענע אספּעקטן פון וויסנשאפט, און באמיט זיך אריינצוברענגען א קלארקייט אין די ענינים. צווישן די זאכן וואס דער דיין אדרעסירט, זענען די פאלגנדע פאר נושאים:

עוואָלוציע – די טעאריע פאָרמולירט דורך טשארלס דארווין אין יאר תר”כ (1859), אז אלע באשעפענישן אויף דער וועלט, אריינגערעכנט מענטשן, האבן זיך אנטוויקלט אין פארלויף פון די יארן פון פּשוט’ע ביז מער-קאמפּליצירטע בעלי חיים.

Image of a donosaur
טשארלס דארווין

גיל העולם – וויסנשאפט דערקלערט אז די וועלט איז נישט ארום זעקס טויזנט יאר אלט, ווי אנגענומען ביי ארטאדאקסישע אידן, נאר גאר ביליאנען יארן. דער דיין שטעלט פאָר פארשידענע מהלכים צו פארענטפערן דאס וואס מיר גלייבן אלס די עלטער פון דער וועלט, און די פארשידענע ראיות וואס די וויסנשאפטלער פארמאגן וואס ווייזן אז די בריאה איז פיל עלטער. צוליב דעם היסטארישן חידוש דערפון, אז א חסידישער רב און דיין זאל זיך ברבים וויסנדיג מאכן פון די קשיות וועלכע באאומרואיגן יעדן אויפריכטיגן בעל מחשבה, און זאל נאך מציע זיין תירוצים און מהלכים וויאזוי זיך צו ספּראווען מיט זיי, וועלן מיר ציטירן און ברייט אויסשמועסן דעם דיינ’ס מהלך אויף דעם ענין, און צולייגן כדרכו פון נאך בעלי מחשבה.

דער נסיון הדור

דער דיין פאנגט אן מיט’ן מאמר פונעם רוזשינער, וואס ווערט צוגעברענגט אין “דברי יואל” פּרשת וארא, אז אינעם גלות האחרון בעקבתא דמשיחא, וועט זיך עפענען דער פופציגסטער שער הטומאה, וואס דאס איז מינות און אפּיקורסות. אזוי האט אויך דער רוזשינער געזאגט, אז דער נסיון וועט זיין אזוי שווער און ס’וועט זיין אוממעגליך צו געראטעוועט ווערן דערפון, אז מ’וועט דארפן קלעטערן אויף די גראדע ווענט. און ווער ס’וועט יא מצליח זיין, זאגט אויף אים דער פסוק “וְהָיָה הַנִּשְׁאָר בְּצִיּוֹן וְהַנּוֹתָר בִּירוּשָׁלַ‍ִם קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ” (ישעיה ה, ג).

פרעגט דער דיין, אז די גמרא זאגט אין מסכת חגיגה (ה, ב), אז ווען רבי יהושע בן חנניה האט געהאלטן פאר זיין פּטירה האבן אים די תלמידים געפרעגט: וואס וועט זיין מיט די ויכוחים קעגן די אפּיקורסים מיט וועלכע רבי יהושע בן חנניה האט זיך אויסגעצייכנט? האט ער געענטפערט מיט’ן פּסוק אין ירמיה (מט, ז), “אָבְדָה עֵצָה מִבָּנִים נִסְרְחָה חָכְמָתָם” - ווען מיר וועלן מער נישט האבן קיין “עצה”, מ’וועט נישט האבן דעם מענטש וואס קען זיך טענה’ן מיט די כופרים, דאן וועט זיך אפּשטעלן די חכמה פון די אומות העולם. איז דאך שווער, זאגט דער דיין, אז לויט דעם וואלט ווען געדארפט די כפירה פארמינערט ווערן היינטיגע צייטן. טא, ווי שטימט דאס מיט דעם וואס דער רוזשינער האט געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט גאר זיין מער כפירה? נאך מער, נאכדעם וואס די תלמידי בעל שם טוב האבן מגלה געווען מעשי ניסים, וואס גייט נאך אן ביז’ן היינטיגן טאג, וויאזוי קען דען זיין אז מינות זאל זיך אזוי פארשטארקן?

נאר מ’קען דאס פארענטפערן מיט די ווערטער אין זוהר פּרשת וירא, “ובשית מאה שנין לשתיתאה יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא כו’, וסימניך (בראשית ז, יא) בשנת שש מאות שנה לחיי נח וגו’ ונבקעו כל מעיינות תהום רבה”. זאגט דער דיין אז די “חכמתא לתתא” האט זיך געעפנט פאר דער נאטירליכער וויסנשאפט, וואס איז געווען באהאלטן במשך טויזנטער יארן, און יעצט זענען די חכמי אומות העולם געוואויר געווארן די אלע חכמות און ווי קאמפּליצירט יעדער פּרט פון דער בריאה איז, עד אין סוף ועד אין חקר.

די דאזיגע וויסנשאפטן ווייזן אונז אז ס’איז פּשוט נישט במציאות אז דאס אלעס זאל געשען פון זיך אליין, ווייל יעדעס ברעקל איז הפלא ופלא למעלה מן ההשגה. און דער פּלא איז אז דווקא יעצט, ווען די נפלאות הבורא איז נאך פיל אפענער ווי פריער, האט זיך מינות געשטארקט.

נאר דער פּשט איז, אז וויבאלד די חכמי אומות העולם האבן אויסגעטראפן די אלע ידיעות, און זיי מיינען אז זיי פארשטייען אלע ענינים פון דער וועלט-באשאפונג און די באשעפענישן פון דער וועלט, לויט זייערע כללים און חשבונות, דערפאר זענען זיי אויפגעקומען מיט פארשידענע קשיות, וויבאלד די כופרים לייקענען דאס וואס זיי קענען נישט זען בחוש מיט די אויגן. און אזוי איז מקויים געווארן דאס וואס חז”ל זאגן (סנהדרין צז, א) אז פאר ביאת המשיח וועט די מלכות נתהפּך ווערן צו מינות.

א קשיא דארף נישט שטערן

אבער דער אמת איז, זאגט דער דיין, אז קשיות דארפן נישט אזוי שטערן א מענטש. דער כתב סופר האט אמאל געפרעגט א קשיא פון זיין טאטן דער חתם סופר, און נאך עטליכע טעג האט דער חתם סופר געענטפערט א פּשוט’ן און גרינגן תירוץ. האט דער זון געפרעגט דעם טאטן, “ס’איז דאך אזא פּשוט’ער תירוץ, און דאס האסטו מיר דאך זיכער געקענט ענטפערן תיכף ווען איך האב געפרעגט מיין קשיא”. האט דער חתם סופר אים געזאגט, “כ’האב דיך געוואלט מחנך זיין אז אפילו אויב דו האסט נישט קיין תירוץ אויף דיין קשיא, זאלסטו נישט געפאַלן ווערן ביי זיך, ווייל ס’איז דא א תירוץ אויף יעדער קשיא, וויבאלד ‘שערי תשובה לא ננעלו’, נאר צומאל ווייסן מענטשן נישט דערפון”.

Image of a donosaur
דער ״כתב סופר״

דער דיין זאגט ווייטער וואס ער האט אליין געהערט כמה פּעמים פון דעם וויזשניצער רבי’ן פון מאנסי זצ”ל, אז מ’דארף נישט וויסן אלעס. ס’איז אמת אז אמאל איז עס זייער שווער, און ס’זענען דא מענטשן וואס פאר זיי שטערט עס מער ווי פאר אנדערע - צי ווייל ער איז א גרעסערער חקרן, אדער ווייל ער האט א מח חריף וואס פארלאנגט אַן ענטפער.

Image of a donosaur
האדמו”ר מוויזניץ מאנסי

אבער דער עיקר איז, אז אפילו ווען ס’פאלט ביי אַן ענטפער מוז נישט זיין אז דאס איז דער ריכטיגער ענטפער, און ס’קען זיין אז עטליכע טעג שפעטער וועט ער זען אז דער ענטפער האט נישט קיין שום פּשט. נאר מ’דארף וויסן אז ס’איז זיכער דא אַן ענטפער.

עס זענען טאקע דא געוויסע קשיות וואס ס’איז שווער צו פארענטפערן, ווייל דער מקור פון די קשיות איז ווי די גמרא זאגט (חגיגה יא, ב) “כל המסתכל בארבעה דברים רתוי [ראוי] לו כאילו לא בא לעולם, מה למעלה, מה למטה, מה לפנים, ומה לאחור”. און תוס’ שרייבט בשם דער תוספתא אז דאס מיינט “מה שהיה ומה שעתיד להיות”. אלזא, די חכמי אומות העולם פרעגן קשיות בדברים שלא באו לעולם, און ווער קען דען ארויפגיין אין הימל צו טרעפן תשובות אויף פארהוילענע זאכן?

ביז אהער איז די כלליות’דיגע הקדמה, און דערנאך קומט דער דיין צו צום ענין וואס ער וויל באהאנדלען.

די שוועריגקייטן מיט גיל העולם און עוואָלוציע

וויסנשאפטלער האלטן אז אונזער כדור הארץ איז עטליכע ביליאן יאר אלט, און די גאנצע בריאה פונעם יקום איז נאנט צו פערצן ביליאן יאר אלט. איין ראיה וואס זיי האבן אויף דעם אז די וועלט איז עלטער פון זעקס טויזנט יאר, איז דער פאקט אז מיר קענען זען מיט אונזערע אויגן שטערנס וואס זענען מער פון זעקס טויזנט ליכט-יארן אוועק, וואס דאס באדייט אז זייער ליכטיגקייט איז ארויסגעלאזט געווארן אסאך יארן איידער דעם זמן הבריאה לויט אונזער רעכענונג. “ס’איז שווער צו פארשטיין”, שרייבט דער דיין, “וויאזוי זייער ליכטיגקייט איז אנגעקומען צו אונזערע אויגן פון ששת ימי בראשית ביז יעצט, און וויאזוי זיי אלע (די שטערנס) זענען באשאפן געווארן דורכאויס די זעקס טויזנט יאר. ווייל מיט אונזערע כוחות קען מען נישט דערגרייכן א שנעלקייט פון ליכטיגקייט וואס איז שנעלער פון דער שנעלקייט פון עלעקטריק וואס איז 186 טויזנט מייל א סעקונדע, און לויט די חכמי הטבע וועט יעדער חומר וואס גייט שנעלער פון דעם שיעור אויפהערן צו עקזיסטירן, וויבאלד די שנעלקייט וועט גורם זיין אז ס’זאל בטל ווערן פונעם מציאות.”

דער דיין ברענגט אויך די קשיא פון די סטאַלאַקטיטן1, דאס זענען מינעראַלע “טראָפּן” וועלכע הענגען ווי סטרעמפּלעך פון די דעכער פון היילן, וואס ווערן פאָרמירט פון קאַלציום-זאַלצן וועלכע ווערן אראפּגעלייגט דורך טראָפּנדן וואסער. אזעלכע פאָרמאַציעס דארפן נעמען פילע צענדליגער טויזנטער יארן זיך צו שאפן2, און אויבנאויף שטימט דאס נישט מיט א וועלט וואס איז ווייניגער פון זעקס טויזנט יאר אלט. אזוי אויך פרעגט ער פון “עצים גבוהים” וואס מ’רעכנט ווי אלט זיי זענען לויט די רינגלעך וועלכע קומען צו יעדעס יאר. דאס זעלבע איז דאס וואס מ’טרעפט אין די טיפענישן פון דער ערד צורות פון אויסערגעווענליכע חיות און באשעפענישן, און ביינער און שאַרבנס פון אנדערע סארט מענטשן, וואס לויט די וויסנשאפטליכע מעטאדן דארפן זיי זיין גאר אלט. אזוי אויך זענען די קשיות שווער לויט זייערע חשבונות איבער דער עלטער פון דער זון, לבנה, די שטערנס, און וויאזוי זיי זענען באשאפן געווארן.

Image of a donosaur
סטאַלאַקטיטן און סטאַלאַגמיטן

אויסערדעם זענען פאראן קשיות וויאזוי מענטשן און בעלי חיים זענען באשאפן געווארן, וואס די וויסנשאפטלער זאגן אז דאס האט פּאסירט דורך “עוואָלוציע”, וואס מ’דארף האבן דערפאר “אלפי שנים”3. עוואלוציע זאגט אז די בעלי חיים האבן זיך “אנטוויקלט” אין פארלויף פון ביליאנען יארן, אנגעפאנגען פון ארגאניזמען וואס זענען נאר געווען איין צעל, ביז היינטיגע בעלי חיים. גרופּעס פון ענליכע בעלי חיים זענען נענטער איינער צום אנדערן אויפ’ן “בוים” פון עוואלוציע, צב”ש, וויסנשאפטלער האבן פארשידענע באווייזן אז מענטשן און מאַלפּעס האבן זיך אנטוויקלט פון ענליכע בעלי חיים וואס האבן עקזיסטירט מיליאנען יארן צוריק.

אויף די אלע קשיות ענטפערט דער דיין מיט עטליכע מהלכים:

א

מ’קען נישט פארגלייכן זאכן און באשאפונגען לויט מעטאדן וואס זענען אנטוויקלט געווארן היינטיגע צייטן, צו זאכן וואס זענען באשאפן געווארן “יֵשׁ מֵאַיִן”. די אלע חשבונות זענען בכלל נישט שייך ביי דעם רבונו של עולם, וואס באשאפט אלעס אויף אַן אופן וואס איז למעלה מהשגתנו.

ס’איז אמת אז די וועלט איז באשאפן געווארן מיט עוואָלוציע (“השתלשלות”), און כאטש ס’איז אמת אז בדרך הטבע קען גארנישט גיין שנעלער ווי ליכט-שטראלן, ווייל אין דעם מצב ווערט דער גאנצער מציאות בטל פון חומר צו צורה און פון יֵשׁ צו אַיִן. דאך, ווי דער פּיוט זאגט, “וַיֶּהִי וְצִוָּה וְנִבְרָאוּ”, און אויף אזא בריאה איז דאך אוודאי נישט פאראן קיינע נאטירליכע באגרעניצונגען.

אין אנדערע ווערטער, די וועלט-באשאף איז א דבר רוחני וואס איז אוממעגליך אפּצושאצן און מעסטן דורך גשמיות’דיגע מעטאדן. די אלע מעטאדן זענען געשאפן געווארן היינט, ווען אלעס איז “יֵשׁ מִיֵּשׁ”, און לויט דעם מעסט מען זאכן פון דער פארגאנגענהייט. אבער ווען מ’רעדט פון בריאת העולם, וואס דעמאלט איז גשמיות באשאפן געווארן דורך “יֵשׁ מֵאַיִן”, איז נישט מעגליך דאס צו קוואנטיפיצירן בכמות ובאיכות לויט וויסנשאפטליכע חשבונות. דערפאר איז מעגליך אז עוואָלוציע איז איינע פון די סודות הבריאה, אבער ס’האט פּאסירט ברגע כמימרא.

ב

די גמרא זאגט אין ראש השנה (יא, א) אז רבי יהושע בן לוי האט געזאגט אז אלע מעשה בראשית זענען באשאפן געווארן “בקומתן”. און רש”י איז מסביר אז מ’האט געקענט תיכף אראפּנעמען פרוכט פון א בוים. דאס מיינט אז אפילו א רגע נאכדעם וואס די וועלט איז באשאפן געווארן, האט שוין די וועלט אויסגעזען אלט.

לכאורה איז דא די כוונה פונעם דיין אנצואווייזן, אז דאס וואס ס’איז באקאנט ווי די “אָמפאַלאָס היפּאָטעזע”, שטייט שוין בעצם אין דער גמרא אין א מימרא פון רבי יהושע בן לוי. אין 1857 האט פיליפּ הענרי גאָוס, א פּאפּולערער שרייבער פון נאטירליכער וויסנשאפט, ארויסגעגעבן א בוך מיט’ן נאמען “אָמפאַלאָס”. אין דעם בוך האט דער מחבר פארגעשטעלט אזא פראגע: האט אדם הראשון פארמאגט א נאָפּל? (“אָמפאַלאָס” מיינט א נאָפּל אין גריכיש.) און גאָוס האט מסביר געווען, א נאפּל ווערט דאך געשאפן אין א מענטש (און אנדערע בעלי-חיים) פון דעם נאָפּלשנור וואס גיט פאר דעם קינד נערונג ווען ס’געפינט זיך במעי אמו. טא, אויב איז אדם הראשון באשאפן געווארן בדמותו ובצלמו דורכ’ן באשעפער אליין, האט ער דאך לכאורה נישט געדארפט האבן קיין נאפּל.

Image of a donosaur
פיליפּ הענרי גאָוס

אבער די פראגע גייט ווייטער. תיכף ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, האט דער אויבערשטער אריינגעשטעלט אלע סארט וואונדערליכע ביימער אין גן, ווי דער פּסוק זאגט (בראשית ב, ט): וַיַּצְמַח ה’ אֱלֹקִים מִן הָאֲדָמָה כָּל עֵץ נֶחְמָד לְמַרְאֶה וְטוֹב לְמַאֲכָל, וְעֵץ הַחַיִּים, בְּתוֹךְ הַגָּן. מיר ווייסן אז אַן ערוואקסענע בוים פארמאגט אין זיך רינגען וואס ווייזן אויף די יארן פון איר לעבן. יעדעס יאר שאפט צוויי רינגען אין א בוים – א ליכטיגע פאר זומער און א טונקעלע פאר ווינטער. אבער אויב די ביימער זענען באשאפן געווארן אין איין טאג, האבן זיי לכאורה נישט געדארפט האבן קיין רינגען. דאס זעלבע, דער פסוק זאגט אונז ווייטער (בראשית ב, י) אז עס זענען ארויס פיר טייכן פון עדן: וְנָהָר יֹצֵא מֵעֵדֶן לְהַשְׁקוֹת אֶת הַגָּן, וּמִשָּׁם יִפָּרֵד וְהָיָה לְאַרְבָּעָה רָאשִׁים. מיר ווייסן אז כדי א טייך זאל זיך נאטירליך אנטוויקלען, דורך אויסהאקן א וועג צווישן בערג, דארף דורכגיין אומצאליגע יארן.

Image of a donosaur

לויט וויסנשאפטלער קען מען דורך בוים-רינגען צוריקגיין טויזנטער יארן

גאָוס האט מסביר געווען אז דער אויבערשטער האט זיכער באשאפן די וועלט אזויווי מיר קענען איר – א וועלט וואס ארבעט מיט א נאטירליכן פּראצעס. כאטש אדם הראשון האט טעכניש נישט געדארפט האבן א נאפּל, האט ער אוודאי יא געהאט. די ביימער האבן נישט געדארפט האבן רינגען – אבער זיי האבן יא געהאט. די טייכן האבן אויך אויסגעזען ווי די אומצאליגע יארן וואס זיי דארפן האבן צו געשאפן ווערן נאטירליך, כאטש זיי זענען געווען שפּאגל-ניי. דאס ווערט גערופן די “אָמפאַלאָס היפּאָטעזע”.

אז מיר נעמען א שטאפּל ווייטער די אָמפאַלאָס היפּאטעזע – אייגנטליך די היפּאטעזע פון רבי יהושע בן לוי – קענען מיר מיט דעם פארענטפערן אלע פראגעס וועגן פאָסילן און עוואלוציע. אמת, מ’טרעפט פאָסילן וועלכע פארמאגן צייכנס אז זיי זענען מיליאנען יארן אלט. עס זענען טאקע דא כעמישע טעסטס וואס שטימען נאר מיט א וועלט פון ביליאנען יאר אלט. אבער ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טאג האט ער באשאפן א וועלט וואס קוקט אויס ווי א נאטירליכער וועלט – און א נאטירליכע וועלט קוקט אויס ווי זי האט זיך אנטוויקלט אין לויף פון ביליאנען יארן.

הרב דר. דוד גאטליב פון דער “אור שמח” בעלי-תשובה ארגאניזאציע אין ארץ-ישראל, האט געשריבן אין יאר תשנ”ה:

די אמת’ע יארגאנג פון דער אוניווערס איז 5,755 יאר, אבער עס זענען דא פארפירערישע ראיות אז די וועלט איז עלטער. די ביינער, חפצים, טיילווייז אוועקגעפאלענעם ראַדיום, קאַליום-אָרגאַן, אוראַניום, רויט-ליכט באוועגונג פון די רוימען – דאס אלעס ווייזט אויף א העכערן עלטער, וואס איז אבער פונדעסטוועגן נישט אמת. דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט די זאכן אין דעם אוניווערס, און מאנכע ווערן פארפירט צו דער פאלשער מסקנא פון א פיל העכערן עלטער.

כ’האב געזאגט אז די ראיות זענען פארפירעריש. מיינט דאס אז דער אויבערשטער פארפירט אונז? בכלל נישט: ער האט אונז געזאגט דעם אמת [אין דער תורה, אז די וועלט איז ווייניגער פון 6,000 יאר אלט]! נאר איינער וואס איז בכוונה מחליט צו איגנארירן די סטעיטמענטס פון דעם באשעפער און זיך פארלאזן נאר אויף וואס ער קען אליין אויספארשן וועט אנקומען צו א פאלשער מסקנא.

Image of a donosaur
הרב דר. דוד גאטליב

האדמו”ר מליובאוויטש זצ”ל האלט אויך אז דער מהלך איז לעגיטים. אין א בריוו פון טבת, תשכ”ב, האט ער געשריבן:

מיר קענען נאך אלץ גרינג אננעמען די מעגליכקייט אז דער אויבערשטער האט באשאפן פארטיגע פאָסילן, ביינער אדער סקעלעטאנען (פאר סיבות וואס נאר ער ווייסט), פונקט ווי ער האט געקענט באשאפן ארגאניזמען וואס זענען גרייט צו לעבן, א פארטיגער מענטש, און אזעלכע פארטיגע פּראדוקטן ווי אויל, קויל אדער דיאמאנטן, אן קיין שום עוואלוציאנערישער פּראצעס.

… פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט בכלל באשאפן פאָסילן? דער תירוץ איז פּשוט: מיר קענען נישט וויסן די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט באפארציגט דעם אופן פון באשאף איבער אנדערע, און סיי וואספארא טעאריע פון באשאף זאל נאר זיין אנגענומען, וועט די פראגע בלייבן אומפארענטפערט. די פראגע, “פארוואס באשאפן א פאָסיל?” איז נישט מער גילטיג ווי דער פראגע, “פארוואס באשאפן אַן אַטאָם?”

Image of a donosaur
האדמו”ר מליובאוויטש

ג

דער מבול האט פארדרייט אלע חשבונות, און האט געטוישט פילע זאכן אין דער טבע. פּונקט ווי מ’קען נישט אפשאצן דעם עלטער פון ביינער וואס זענען אויפגעקאכט געווארן ווייל דאס קאכן טוישט די טבע, אזוי קען מען נישט אפּשאצן די איבערבלייבענישן וואס מ’טרעפט אונטער דער ערד וואס זענען נאך פון די צייטן פאר דעם מבול. לויט אט דעם מהלך וואס דער דיין שטעלט פאָר, קומט אויס אז די אלע בעלי חיים וואס מ’טרעפט, צום ביישפּיל דינאָזאָרן, האבן בעצם געלעבט אין דער תקופה פאר’ן מבול, און זייער געביין קוקט אויס גאר אלט צוליב דעם וואס זיי זענען “אויפגעקאכט” געווארן דורך די מים הזידונים פונעם מבול.

די וואס באנוצן זיך מיט אזא סארט מהלך זאגן אפט פּשט אז דינאזארן זענען באשאפן געווארן אין דעם פינפטן טאג פון דער בריאה, און ווערן דערמאנט ווי “הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים” (בראשית א, כא). דינאזארן האבן געלעבט אויף דער וועלט פאר א לאנגער צייט אין טאקע דער זעלבער צייט ווען מענטשן האבן דא געלעבט. די אלט-פארצייטיגע לעגענדעס וועגן “דראַגאָנס” זענען געקומען פון מענטשן וועלכע האבן געזען די ריזיגע דינאזארן. אויך אין תהלים (עד, יג) ווערן די דינאזארן דערמאנט: שִׁבַּרְתָּ רָאשֵׁי תַנִּינִים עַל הַמָּיִם.4 אין ישעיהו (יד, כט) ווערט דערמאנט: שָׂרָף מְעוֹפֵף. א מעגליכע רעפערענץ צו איינע פון די פליענדיגע דינאזאר משפּחות.

די וואס נעמען אן דעם מהלך, זענען מסביר אז די וויסנשאפטליכע טעסטס אויף דעם עלטער פון די פאסילן וועלכע ווייזן רעזולטאטן פון מיליאנען יארן, זענען פארפירעריש וויבאלד דער מבול האט אינגאנצן משנה געווען די איבערבלייבענישן, און געטוישט זייערע כעמישע באשטאנדטיילן. זיי זאגן אויך אז די וויסנשאפטליכע מעטאדן זענען באזירט אויף דער הנחה אז די אטמאספערישע שטראלן זענען אמאל געווען די זעלבע ווי היינט, און ס’מוז בכלל נישט אזוי זיין (זע “אבולוציה ויהדות”, הרב אברהם קורמן, זייט 160, הערה 19). דער שרייבער פון די שורות האט אמאל צו דעם צוגעשטעלט די ווערטער פון הג”ר יהונתן אייבשיץ ז”ל (“תפארת יהונתן”, פּרשת עקב) אז די “מחקרים” זאגן אז אין די ימים קדמונים האט די זון פארמאגט א גרעסערע שפע און האט געשטראלט שטערקער ווי היינט.

הרב זמיר כהן, אין אן ארטיקל “מי גילה את הדינוזאורים?”, גייט מיט אן ענליכן מהלך, און נעמט די פארטייטשונג פון “תנינים” א שטאפל ווייטער. איינמאל מיר האבן באשטימט אז “תנינים” מיינט די דינאזארן, זעען מיר אז די תורה רעדט פון דינאזארן טויזנטער יארן פאר די וויסנשאפטלער זענען געוואויר געווארן דערפון. ער נוצט דאס אלס א ראיה פאר “תורה מן השמים”.

Image of a donosaur
הרב זמיר כהן

אין דעם זעלבן מאמר זאגט הרב כהן אז די “רְאֵם” מיינט אויך א דינאזאר. לויט א מדרש האט די ראם נישט געקענט אריינגיין אין נח’ס תיבה צוליב איר גרויס, און די ראם האט איבערגעלעבט דורך אריינשטעקן איר קאפּ אין דער תיבה. הרב כהן מאכט א חשבון אז על-פּי חז”ל איז דער ראם געווען בערך 50 מעטער (165 פיס) לאנג, און לויט די וויסנשאפטלער איז דער גרעסטער דינאזאר אויך געווען בערך 50 מעטער לאנג!5

האדמו”ר מליובאוויטש זצ”ל שרייבט אז די דינאזארן האבן מעגליך עקזיסטירט, און געלעבט אויף דער וועלט. אבער מיר האבן נישט קיין מושג וואס דער מצב אויף דער וועלט איז געווען אמאליגע צייטן, די אטמאספערישע דרוק, טעמפּעראטור, ראדיא-אקטיוויטעט, וכדומה. דערפאר האבן די דינאזארן געקענט פאָסיליזירט ווערן אונטער שרעקליכע נאטירליכע חורבנות אין בלויז עטליכע יאר.

דער ליובאוויטשער רבי שמועסט נישט אויס אין דעם בריוו וואספארא נאטירליכער חורבן האט דאס געקענט גורם זיין. אבער רוב וואס נעמען אן דעם מהלך, אידענטיפיצירן דעם מבול ווי דער גורם פון דער פארניכטונג פון די דינאזארן, און דאס צעמישונג פון די וויסנשאפטליכע חשבונות.

דער מלבי”ם שרייבט אין זיין ספר “התורה והמצוה” (בראשית ז, כג) אז דער וואסער-פלייץ פון דעם מבול האט אראפּגעפירט די פּגרים פון די בעלי-חיים צו די טיפענישן פון דער ערד, און ווען נח איז ארויס פון דער תיבה האט מען נישט געקענט זען קיין שום זכר פון די גיגאנטישע דינאזאר-ביינער פון פאר דעם מבול. ער שרייבט:

דאס ענטפערט די רייד פון די חכמים פון געאָלאָגיע וועלכע גראבן אין די טיפענישן פון דער ערד און טרעפן ריזיגע ביינער, און גרויסע בעלי-חיים וועלכע זענען פארלוירן געווארן פון דער ערד און זענען מער נישט דא פון די טעג פון דעם מבול ביז יעצט, און פון דעם ווילן זיי איבערווייזן דאס עלטער פון דער וועלט… אז עס זענען געווען בעלי-חיים נאך פאר אונזער זמן פון בריאת העולם.

Image of a donosaur
דער מלבי”ם

און דער מלבי”ם איז ווייטער מסביר אז די שיטה פון די וויסנשאפטלער איז הבל וריק, ווייל די בעלי-חיים זענען נישט אזוי אלט, נאר זענען באגראבן געווארן טיף אונטער דער ערד דורכאויס דער מבול-קאטאסטראפע. מיר האבן נישט קיין מושג ווי אלע סדרים זענען פארדרייט געווארן אין לויף פון די טעג פון דעם מבול, און די אלע חשבונות וועלכע די וויסנשאפטלער מאכן, זייערע השערות און דמיונות, ווערן צעמישט. די דינאזארן האבן, אלזא, לויט’ן מלבי”ם געלעבט אויף דער וועלט, אין דער זעלבער צייט ווי מענטשן, און זענען פארניכטעט געווארן ביים מבול.

הרב אביגדור מילער ז”ל האט א סך געשריבן אויף דער נושא פון עוואלוציע, אבער נישט קיין סך איבער דער פראגע ווען די דינאזארן האבן געלעבט. אין זיינע ביכער “אז נדברו” און “רננו צדיקים” דערמאנט ער זיי בכלל נישט, און אין “לאן” ווידמעט ער קוים עטליכע שורות פאר זיי. הרב מילער האט בכלל נישט געזען אז דינאזארן זאלן זיין א פּראבלעם פאר אידישקייט. ער פרעגט (“לאן”, זייט יח), פארוואס דארפן דינאזארן א הסבר מער ווי אנדערע בעלי-חיים וועלכע זענען פארטיליגט געווארן? ווייזט אויס אז ער האט געהאלטן אז די דינאזארן האבן געלעבט צוזאמען מיט מענטשן, און זענען ביי איין פונקט פארטיליגט געווארן. אין “לאן” איז ער נישט מסביר פארוואס און וויאזוי זיי זענען פארטיליגט געווארן.

אבער אין דעם בוך Q&A Thursday Nights With Rabbi Avigdor Miller (צווייטער באנד, זייט 284), ווערט געברענגט אז הרב מילער איז געפרעגט געווארן פארוואס די דינאזארן האבן נישט איבערגעלעבט דעם מבול. האט ער געענטפערט אז וויבאלד זיי זענען געווען ריזיג גרויס, איז פּשוט נישט געווען קיין פּלאץ פאר זיי אין דער תיבה. אפּנים ער האט אנגענומען מיט א פּשטות אז זיי זענען אומגעקומען ביי דעם מבול, און די סיבה איז געווען א טעכנישע, צוליב זייער ריזיגער געבוי האבן זיי נישט געקענט אריין אין דער תיבה.

Image of a donosaur
הרב אביגדור מילער

ד

עס איז באקאנט די שיטת הקדמונים אין דעם ענין פון שמיטות העולם, אז די וועלט גייט שטיין זעקס טויזנט יאר און איין טויזנט וועט עס זיין חרוב. דאס איז א בחינה פון שמיטה. און די וועלט וועט עקזיסטירן אויף אזא אופן פאר זיבן שמיטות, אויף א חשבון פון 49 טויזנט יאר. (דאס ווערט דערמאנט אין ספר הקנה און ספר הפליאה און ספר התמונה, און אין הקדמת הראב”ד לספר יצירה, און אין פירוש ר”י דמן עכו לספר יצירה, און עס ווערט אויך צוגעברענגט אין ריקאנטי פּ’ בהר, און אין מגלה עמוקות עטליכע מאל, ועוד. אבער דער אריז”ל אין שער מאמרי רשב”י ווארפט אפּ די שיטה.)

עס קוקט אז די כוונה פונעם דיין איז אנצודייטן אויף דעם מהלך פונעם הג”ר ישראל ליפּשיץ זצ”ל, מחבר פון “תפארת ישראל” אויף משניות. אום שבת חול-המועד פסח אין יאר תר”ב האט ער געהאלטן א לענגערע דרשה אויף דעם ענין פון השארת הנפש און תחיית המתים, און ער האט אויך ארומגערעדט פון די לעצטיגע געפונסן – בימיו – פון אור-אלטע בעלי-חיים. די דרשה איז געדרוקט אין משניות “תפארת ישראל” נאך מסכת סנהדרין, אונטערן נאמען “דרוש אור החיים”.

Image of a donosaur
הג”ר ישראל ליפּשיץ, בעל תפארת ישראל

דער תפארת ישראל שרייבט:

און אזוי האט מען געטראפן אין יאר אלף ותת”ז (1807), אין סיביר, ביי דעם צפון-עק פון דער וועלט, אונטער שרעקליכע אייביגע אייז-שיכטן, א ריזיגן העלפאנט, גרויס ווי דריי אדער פיר ווי די וואס מיר פארמאגן היינט, און די ביינער זענען היינט אויסגעשטעלט אין דעם צאלאגישן [זאָאָלאָגישן] מוזעאום אין פּעטערסבורג.

… און אזוי אויך טרעפט מען אין די טיפענישן פון די העכסטע בערג אין לאנד, ים-חיות וועלכע זענען שטעקן געבליבן, און זענען פארוואנדלט געווארן אין שטיין, און איין חכם, א נאטור-פארשער מיט’ן נאמען קופיער6, האט געשריבן אז פון די 78 בעלי-חיים וואס מען האט געפונען אונטער דער ערד, זענען דא צווישן זיי 48 וועלכע געפונען זיך בכלל נישט אויף דעם היינטיגן עולם.

און מיר ווייסן וועגן די ביינער פון א גיגאנטישן בעל-חי וואס איז געפונען געווארן אין די טיפענישן פון דער ערד ארום דער שטאט באלטימאר אין אמעריקע, וואס איר לענג איז 17 פיס, און די הייעך פון די פאדערשטע פיס ביז אירע אקסלען איז 11 פיס, און פון די הינטערשטע פיס ביז דער רוקן – 9 פיס. און אזוי אויך אין אייראפּע און די האַרץ-בערג [צפון-דייטשלאנד] טרעפט מען אין די טיפענישן פון דער ערד ביינער פון דער חיה, צעשפּרייט איינס דא און איינס דא, און זיי רופן מיט א נאמען יעדן מין פון אזא סארט חיה: מאַמוט7.

און אזוי האבן זיי געטראפן א סארט פארשטיינערטע באשעפעניש, וואס זיי רופן איגוואַנאָדאָן8, וואס איז הויך 76 פיס, און לאנג ביז 90 פיס, און פון דעם שטייגער פון אירע אברים האבן די וויסנשאפטלער באשטימט אז איר עסנווארג איז נאר געווען היי. נאך א סארט בעל-חי האבן זיי געטראפן וואס זיי רופן מעגאַלאָזאָורוס9, וואס איז געווען נאר אביסל קלענער פון איגוואַנאָדאָן, אבער איז געווען א פארציקנדע חיה, א פלייש-עסער.

Image of a donosaur
מאַמוט

דער בעל “תפארת ישראל” איז מסביר אז די געטראפענע בעלי-חיים שטיצן דאס וואס ווערט דערמאנט דורך די מקובלים אז עס איז שוין געווען אן אנדערע וועלט און עס איז חרוב געווארן, איינמאל און נאכאמאל, ביז פיר מאל. און אז יעדע וועלט איז מער בשלימות ווי דער וועלט וואס איז געווען פאר דעם.

דער געדאנק פון די וועלטן וועלכע האבן עקזיסטירט פאר דער יעצטיגער וועלט ווערט אונטערגעשטיצט פון רמב”ן, און אבן עזרא אין פרשת בראשית; און רבינו בחיי אין פּרשת בהר. הויפּטזעכליך זעען מיר דעם געדאנק אין די ווערטער פון דעם מדרש (בראשית רבה ג, ז): “אמר רבי אבהו מלמד שהיה הקב”ה בורא עולמות ומחריבן, עד שברא את אלו, אמר דין הניין לי יתהון לא הניין לי.” [דער אויבערשטער האט געבויט וועלטן און זיי פארניכטעט, ביז ער האט באשאפן די דאזיגע. ער האט געזאגט דאס געפעלט מיר, אבער די דאזיגע געפעלן מיר נישט.]

לויט דעם “תפארת ישראל” קומט אויס אז די דינאזארן האבן געלעבט נאך פאר די ששת ימי בראשית. מיט די זעקס טעג פון וועלט-באשאף האט זיך אנגעפאנגען די היסטאריע פון אונזער וועלט, אבער פאר בראשית זענען געווען אנדערע וועלטן, וואס די איבערבלייבענישן פון יענע וועלטן קענען מיר נאך געפונען אין די טיפענישן פון דער ערד.

הגאון מהרש”ם זצ”ל אין זיין ספר “תכלת מרדכי” (אנפאנג פּרשת בראשית) שטיצט דעם געדאנק פון דעם “תפארת ישראל”, און פירט אויס אז מיט דעם האבן מיר א גוטן ענטפער פאר די אפּיקורסים וועלכע פּרובירן אפּצופרעגן אונזער מסורה איבער בריאת העולם דורך די ביינער וואס זיי טרעפן אונטער דער ערד.

Image of a donosaur
הגאון המהרש”ם

אין קובץ “דעות” (גליון מז, תשל”ח – זייט 119) ווערט געברענגט פון א מאמר “על ערכה של הפּדגוגי של היהדות”, געשריבן אין 1873 דורך הג”ר שמשון רפאל הירש זצ”ל (תקס”ח-תרמ”ט), וואו ער באציט זיך צו דעם עלטער פון דער וועלט. הרב הירש ברענגט פון חז”ל אז עס זענען געווען וועלטן וועלכע האבן עקזיסטירט פאר בריאת העולם און זענען חרוב געווארן פאר די יעצטיגע וועלט איז באשאפן געווארן. און דאס דארף זיין גענוג צו אפּענטפערן די מיליאנען יאר פון די וויסנשאפטלער.

הגראי”ה קוק זצ”ל (תרכ”ה-תרצ”ה) אין “אגרות הראי”ה” (חלק א אגרת קה, און אגרת קלד) מאכט אוועק די געאלאגישע מסקנות פון די וויסנשאפטלער וועגן עוואלוציע, אבער ער זאגט אז דאס אז מ’געפונט בעלי-חיים אונטער דער ערד שטימט גוט מיט דעם מדרש אז דער אויבערשטער “היה בונה עולמות ומחריבן”. ער ברענגט אויך פון זוהר (פּרשת ויקרא) אז עס זענען געווען נאך א סך מענטשן, חוץ אדם הראשון וועלכער ווערט דערמאנט אין דער תורה10.

Image of a donosaur
הגראי”ה קוק

ה

דער יעב”ץ ברענגט אין זיין ספר “מגדל עוז” (עליית הטבע), א משל פון א מענטש וואס זיין מאמע איז נעבעך געשטארבן נאכ’ן אים זייגן עטליכע חדשים, און זיין טאטע אליין האט אים מגדל געווען אין א פארשטופּטן אינזל ביז ער איז עלטער געווארן. און ער האט קיינמאל נישט געזען קיין פרוי און אפילו נישט קיין נקבה פון בעלי חיים. ווען דער זון האט געפרעגט דעם טאטן וויאזוי א מענטש ווערט באשאפן, האט דער טאטע געענטפערט אז ס’זענען דא אנדערע סארט מענטשן וואס זיי קענען האלטן אין זיך א מענטש, און ווען א מענטש איז גאר קליין געפונט ער זיך אין אזא גוף, וואו ער באקומט נערונג און ער וואקסט צוביסלעך, ביז ער ווערט גענוג גרויס, און דאן קומט ער ארויס. פארשטייט זיך אז דער יתום, ווען ער הערט אזעלכע זאכן, ווערט גאר פארוואונדערט און קען דאס נישט גלייבן. ווי איז מעגליך אז מענטש זאל לעבן אין אזעלכע אומשטענדן אָן עסן און אָן אפילו לופט צו אטעמען פאר לאנגע חדשים?

דער משל אילוסטרירט, זאגט דער דיין, ווי א מענטש קען אמאל בכלל נישט פארשטיין וויאזוי עפּעס איז יתכן באזירט אויף דעם מציאות וואס ער קען. ער ווייסט אז ס’איז נישט מעגליך בדרך הטבע פאר א מענטש צו לעבן אין א קליין פארמאכט פּלאץ אן לופט און עסן, אבער ער ווייסט נישט די טבע וואס ערלויבט עס יא. דאס זעלבע דער וועג וויאזוי מיר קוקן אן די טבע קומט פון אונזערע באגרעניצטע ידיעות, און מיר ווייסן נישט און פארשטייען נישט די חלקי הטבע וואס ערלויבן אנדערע זאכן.

דער דיין צייכנט צו צו א תשובה וואס ער האט געשריבן אין “ויען דוד” (ח”ד סי’ ק”ב אות ד’) וואו ער האט מאריך געווען אין דעם ענין צי הרגשת בני אדם איז בגדר טבע, און אפילו די וויסנשאפטלער זענען מודה אז ס’איז דא א כוח וואס איז מקשר די מחשבות פון מענטשן פון איין עק וועלט צום צווייטן, אפילו עס האט נישט קיין שום ביאור עפּ”י טבע. איז דער דיין מסביר אז די שנעלקייט ווי מחשבות קענען לויפן איז נישט געבונדן צו ליכט-שטראלן אדער עלעקטריק, והא ראיה א מענטש קען טראכטן פון דער זון אין איין רגע, און ער דארף נישט ווארטן 8 און א דריטל מינוט (ווי לאנג עס נעמט פאר די זון-שטראלן אנצוקומען צו דער ערד) ביז זיינע מחשבות וועלן אנקומען צו דער זון.

דאס נישט-געזאגטע

נאך מער ווי די תירוצים פונעם דיין, איז דאס וואס ער זאגט נישט. יעדער תירוץ וואס דער דיין ענטפערט איז געבויט אויף דער הנחה אז די וויסנשאפטלער ווייסן וואס זיי רעדן כפי ראות עיניהם. וויסנשאפטלער פון אלע עקן פון דער וועלט און פון פילע דיסציפּלינען האבן זיך נישט צוזאמענגענומען צו בויען א קאנספּיראציע פון כפירה וואס לייקנט די תורה. זיי פאבריצירן נישט קיין פאלשע געביינער און נאכגעמאכטע פאָסילן כדי צו בויען א פאלשע טעאריע. זיי טראכטן נישט אויס מאדנע בעלי חיים כדי צו מאכן א נסיון פאר מאמינים בני מאמינים. נאר יעדער תירוץ פונעם דיין איז מסביר פארוואס אפילו ערליכע און אויפריכטיגע וויסנשאפטלער זענען זיך טועה.

דאס איז אין גענצליכער קאנטראסט צו דעם “מהלך” וואס איז אונז דאס מערסטע באקאנט צו גענצליך איגנארירן די אלע פראגעס וואס וויסנשאפט ברענגט אויף. דאס אז מ’האט געטראפן אור-אלטע געביינער און פאָסילן זאגט מען אז ס’איז א בלויזע קאנספּיראציע פון די אפּיקורס’ישע וויסנשאפטלער וועלכע ווילן טרעפן באווייזן קעגן בריאת העולם. די טענה נעמט פארשידענע וואריאציעס, ווי אז די געפונענע פאסילן זענען באמת ביינער פון אנדערע באקאנטע בעלי-חיים, אדער פון דעפאָרמירטע בעלי-חיים. אנדערע גייען אזוי ווייט ווי זאגן אז די וויסנשאפטלער מאכן אליין די פאָסילן אין זייערע לאבאראטאריעס, אלץ מיט דער כוונה אוועקצופירן מאמינים פון דעם ריכטיגן וועג.

Image of a donosaur
אויפ’ן דעקל פון ״הונדערט״

צום באדויערן איז דער מהלך גאר פארשפּרייט, און די תוצאה דערפון איז אז אונזערע בעלי מחשבה, די וואס האבן א “מח חריף” אדער זענען “חקרנים ביותר” - ווי דער דיין זאגט נאך פונעם וויזניץ-מאנסיער רבי’ן - כאפּן אז מ’זאגט ליגנט מחמת חסרון ידיעה און א מאנגל אין אינטערעסע אין דברים העומדים ברומו של עולם, און ווערן ליידער אנטוישט און אפּגעפרעמדט פון אמונה טהורה.

לעבעדיג

אין תשנ”ג איז ערשינען דער גאר סוקסעספולער פילם “דזשוראַסיק פּאַרק” פון סטיווען שפּילבערג, וואס האט געוויזן א פיקטיווע געשיכטע פון וויסנשאפטלער וועלכע באווייזן צוריקצוברענגען דינאזארן צום לעבן דורך פארבליבענער די-ען-עי. אין א פּרואוו זיך מיטצוכאפן מיט’ן ווינט, האט די “טרה” מילכיגע פּראדוקטן פירמע אין ארץ-ישראל דעמאלט ארויפגעשטעלט דינאזארן אויף געוויסע פּראדוקטן און אדווערטייזמענט-קאמפּיינס.

Image of a donosaur
”דזשוראַסיק פּאַרק” פילם

דעמאלטדיגע באריכטן פון דעם “ניו יארק טיימס” און “דזשערוסאַלעם פּאָוסט” דערציילן אז די כשרות אפּטיילונג פון דער “אגודת ישראל” אין ארץ-ישראל האט געסטראשעט אראפּצונעמען איר הכשר פון דער טרה פירמע, אויב די פירמע וועט ווייטער אנגיין מיט’ן זיך באנוצן מיט דינאזארן אויף אירע פּראדוקטן. הרב צבי גאפנער פון דער אגודה האט געזאגט, “דינאזארן זענען א סימבאל פון כפירה, ווידער אונזער כשרות-סערטיפיקאט סימבאליזירט אמונה”. אפּנים, דאס גלייבן בלויז אין דעם עקזיסטענץ פון דינאזארן איז פאר אים געווען כפירה.

Image of a donosaur

באריכט אין “ניו יארק טיימס”, אוגוסט 14, 1993, איבער דער “טרה” קאנטראווערסיע

הרב דר. נתן סליפקין שרייבט אין זיין בוך The Challenge of Creation (זייט 17), אז מ’האט אים דערציילט וועגן א קינד וואס האט באקומען א “באַרני דער דינאזאר” שפּילצייג פון א קרוב, און איר לערערין האט עס קאנפיסקירט און פארניכטעט. ער האט אויך געהערט פון תלמידים וואס זייענדיג אויף א שולע-טריפּ אין א מוזעאום איז דער מלמד געשטאנען פארנט פון די דינאזארן און זיי אינפארמירט אז דינאזארן האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט!

דער דיין גייט נישט אויף דעם מהלך. ער לייקנט נישט אין דעם מציאות אז אזעלכע בעלי חיים האבן אמאל עקזיסטירט, פארקערט, ער נעמט אן אז די וויסנשאפטלער באריכטן צו אונז מיט אן אויפריכטיגקייט דאס וואס זיי געפונען. נאר זיי זענען זיך טועה מיט וויאזוי זיי טייטשן אפ זייערע געפונסן.

דער דיין זאגט אז זיי זענען זיך טועה ווייל זיי פארשטייען נישט אז זייערע חשבונות ארבעטן נישט אויף זאכן וואס זענען באשאפן געווארן יש מאין. זיי זענען זיך טועה ווייל זיי פארשטייען נישט אז די נאטיליכע באגרעניצונגען זענען נישט שייך ביי א געטליכער בריאה. זיי זענען זיך טועה ווייל זיי כאפּן נישט אז תיכף ווען די וועלט איז באשאפן געווארן האט עס שוין אויסגעזען גאר אלט. זיי זענען זיך טועה ווייל זיי נעמען נישט אריין אין באטראכט די עפעקטן פונעם מבול. זיי זענען זיך טועה ווייל זיי זעען נאר חלקים פון דער טבע, און פארשטייען בכלל נישט אנדערע חלקים.

דער מהלך אז דאס האט מעגליך א שייכות מיט די “שמיטות העולמות” זאגט גאר אז די וויסנשאפטלער זענען זיך נישט טועה. די אלע זאכן וואס זיי טרעפן וואס זענען עלטער פון אונזער מספּר השנים זענען אמת און טאקע עלטער, נאר דאס זענען פון עולמות שחרבו.

תמצית המאמר

דער דיין פירט אויס:

דער פופציגסטער שער פון מינות איז אראפּגעקומען אויף דער וועלט ווייל אין דעם אלף הששי זענען נתגלה געווארן די סתרי הטבע, און זיי מיינען אז זיי פארשטייען אלעס. און די וויסנשאפטלער ווייזן טאקע די פּלאי היצירה.

אבער כדי מקיים צו זיין “דע מה שתשיב” (אין די זאכן וואס מ’מעג אין זיי אריינטראכטן) דארף מען וויסן:

  • יעדע קשיא האט א תירוץ, און מ’דארף נישט וויסן דעם תירוץ.
  • ס’מוז נישט זיין אז דער תירוץ וואס א מענטש טראכט איז דער ריכטיגער תירוץ.
  • עס זענען דא זאכן אין דער טבע וואס מ’וואלט נישט געקענט וויסן אן די קבלה פון חז”ל.
  • די חשבונות פון די חכמי אומות העולם האבן נישט קיין שום ווערד פאר עפּעס וואס ווערט באשאפן יש מאין.
  • די באשעפענישן פון אנפאנג ימי בראשית זענען געווען גרעסער און שטערקער פון היינט.
  • דאס פארבונדונג צווישן די מחשבות פון מענטשן האבן נישט קיין שום נאטירליכער הסבר.
  • און דאס זעלבע לגבי געפילן איינער פאר’ן צווייטן.

די ווערטער פונעם דיין, אדרעסירנדיג די וויכטיגע נושאים מיט אַן אפנקייט און ערנסטקייט - אָן שפּאָט און זלזול - זענען כמים קרים על נפש עייפה, און זענען האפנטליך דער אנפאנג פון א נייער עפּאכע וואו די יסודות הדת ווערן גענומען ערנסט אלס א חלק פון אידישקייט אין וועלכן מ’דארף הארעווען און פּילעווען און גרונטעווען צום אמת, און מ’אנערקענט די שוועריגקייטן און טשאלענדזשעס פון דעם בעל מחשבה. וּבָחַרְתָּ בַּחַיִּים לְמַעַן תִּחְיֶה אַתָּה וְזַרְעֶךָ.

Image of a donosaur
הגאון חיד״ו שליט״א

נאטיצן

  1. דער רב שרייבט דאס ווארט אין ענגליש: stalagtites, און ס’איז נישט קלאר וואס ער מיינט. עס זענען פאראן צוויי סארטן פון די “טראָפּן”, סטאַלאַקטיטן - stalactites, דאס זענען די טראפּן וואס הענגען פון די דעכער, און סטאַלאַגמיטן - stalagmites, וואס איז דאס פארקערטע, אזעלכע שטייענדיגע טראפּן וואס הייבן זיך פון דער ערד אויף ארויף. דאס ווארט וואס דער רב נוצט, “סטאַלאַגטיטן”, זעט אויס ווי אן אייגענעם צוזאמשטעל פון ביידע ווערטער.

  2. לויט וויסנשאפטלער וואקסן די סטאַלאַקטיטן ווייניגער פון איין צענטימעטער אין הונדערט יאר.

  3. לכאורה איז דער דיינ’ס כוונה מיליאנען אדער ביליאנען יארן, ווייל טויזנטער יארן וואלט דאך נישט געווען קיין קשיא.

  4. לשיטתם, אפשר איז דער פּסוק א רמז אז דער אויבערשטער האט פארטיליגט די דינאזארן דורך דעם וואסער, דאס הייסט דער מבול.

  5. הרב זמיר כהן האלט אבער נישט אז אלע דינאזארן זענען פארניכטעט געווארן ביים מבול, און ער וועט דארפן נוצן איינער פון די אנדערע מהלכים מסביר צו זיין פארוואס זייערע געביינער קוקן אויס גאר אלט לויט די וויסנשאפטלער. הרב כהן ווייזט אן אז מיר זעען אין חז”ל אז דוד המלך איז אמאל בטעות ארויף אויף א ראם (מדרש שוחר טוב תהלים כב). מיר געפונען נאכאמאל די ראם אין דער תקופה פון רבי חייא בר אבא (בראשית רבה, נח לא). דאס מיינט אז די דינאזארן האבן נאך געלעבט אויף דער וועלט אין די צייטן פון רבי חייא בר אבא, קנאפּע 1,800 יאר צוריק. אבער רוב פון די וואס נעמען אן די שיטה אז דינאזארן האבן געלעבט פאר’ן מבול, נעמען אויך אָן אז זיי זענען אלע פארניכטעט געווארן ביים מבול.

  6. דזשאָרדזש קואוויער (1769-1832).

  7. מאמוט, mammoth – א בעל-חי ענליך צו אן העלפאַנט וואס איז לויט די וויסנשאפטלער נאך געווען בנמצא ביז בערך 10,000 יאר צוריק.

  8. איגוואַנאָדאָן, Iguanodon – א סארט דינאזאר וואס האט לויט וויסנשאפטלער עקזיסטירט ארום 125 מיליאן יאר צוריק.

  9. מעגאַלאָזאָורוס, Megalosaurus – פון די פריסטע אנטדעקטע דינאזארן.

  10. אבער ווי דער דיין צייכנט שוין צו איז נישט יעדער צופרידן מיט דעם מהלך פונעם תפארת ישראל. אין א בריוו פון האדמו”ר מליובאוויטש זצ”ל (“אגרות קודש” חלק ט”ו, זייט קלד), ווארפט ער שטארק אפ דעם מהלך. ער זאגט אז הגם די כוונה פונעם תפארת ישראל איז געווען רצויה, האט ער אבער פארדרייט א סך מאמרי חז”ל.

    דער מונקאטשער רב זצ”ל דרוקט זיך אויך אויס שארף אויף דעם מהלך פון “תפארת ישראל”. אין “מנחת אלעזר” (חלק א סימן סד) שרייבט ער:

    איך פארמאגט נישט דעם ספר תפארת ישראל ביי מיר, ווייל עס איז ארויסגענומען געווארן פון מיין הויז ווען מיר האבן געזען א דרוש, גערופן “אור החיים”, וואס איז דארטן געדרוקט ביים סוף פון סדר נזיקין, און עס זענען דא דארטן דעות נפסדות נוטות למינות ר”ל וועגן דעם ענין פון חידוש העולם. אפשר איז דער מחבר ריין פון דעם, ווייל עס איז געווען באקאנט ווי אַן אדם גדול וכשר, און זיין זון האט עס מזייף געווען בשמו. אבער דאך געפונען זיך דארטן פרעמדע און ביטערע זאכן, וועגן דעם פארמאגן מיר עס נישט. נאר אז מיר דארפן אריינקוקן אמאל אמאל בענין הלכה, בארג איך עס און געב עס תיכף צוריק.

    הרב מרדכי דוד נויגרשל אין זיין ספר “מדרכי לב היהודי” אויפ’ן “כוזרי” (זייט 72) ווארפט אפ דעם מהלך, און טענה’ט אז די וועלטן זענען רוחניות’דיגע זאכן, און די נייע וועלטן וואס דער אויבערשטער האט באשאפן זענען געווען אינגאנצן ניי, נישט געבויט אויף די חורבות פון די פריערדיגע וועלטן. אויך אין זיין ספר “והשבות אל לבבך” (זייט 81) טענה’ט ער אז אפילו אויב מיר נעמען אָן אז דער אויבערשטער האט געבויט און חרוב געמאכט פיזישע וועלטן, זענען זיי אוודאי געווען גאר אנדערש פון אונזער היינטיגער וועלט, אין דער צייט וואס דאס וואס מ’טרעפט פון אמאל איז זייער ענליך צו דעם סארט וועלט וואס מיר האבן היינט.

    לויט א שמועה האט הג”ר אביגדור מילער זצ”ל געזאלט האבן אמאל געזאגט אז ער האט געטון א חסד פאר דער מירער ישיבה (אין אמעריקע), אז ווען ער איז אריין אין זייער אוצר הספרים, האט ער ארויסגעריסן דעם “דרוש אור החיים” פון דעם משניות.